Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 8:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער;

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 8:10
21 Referans Kwoze  

און דער דריטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף די טייכן און קוואלן וואסערן; און זיי זענען געווארן צו בלוט.


און דער פינפטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געזען א שטערן אראפפאלן פון הימל אויף דער ערד; און עס איז אים געגעבן געווארן דער שליסל פון דעם שאכטע פון אפגרונט.


און די שטערן פונם הימל זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ווי א פייגנבוים ווארפט אראפ זיינע אומצייטיקע פירות, ווען געטרייסלט פון א גרויסן שטורמווינט.


און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער.


און איר וויידל ציט אראפ א דריט חלק פון די שטערן פון הימל, און האט זיי געשליידערט אויף דער ערד; און די שלאנג האט זיך געשטעלט פאר דער פרוי, וועלכע האט געהאלטן ביים געבוירן, כדי ווען זי וועט האבן איר קינד, זאל זי (די שלאנג) עס איינשלינגען.


דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.


ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק.


ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל.


דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן.


און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.


און עס זענען אויפגעבונדן געווארן די פיר מלאכים, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צו דער שעה און טאג און חודש און יאר, כדי זיי זאלן אומברענגען א דריטל פון די מענטשן.


דורך די דריי מגפות איז אומגעקומען א דריטל פון די מענטשן, פון דעם פייער און דעם רויך און דעם שוועבל, וואס גייען ארויס פון זייערע מיילער.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite