6 און איך האב געהערט אזויווי א קול אינמיטן פון די פיר חיות זאגן: א מאס ווייץ פאר א דינר, און דריי מאס גערשטן פאר א דינר; און דאס אייל און דעם וויין זאלסטו נישט שעדיקן.
און עס איז זיי אנגעזאגט געווארן, אז זיי זאלן נישט שעדיקן דאס גראז פון דער ערד, נישט קיין שום גרינווארג, נישט קיין בוים, אחוץ יענע מענטשן, וועלכע האבן נישט ה׳ס חתימה אויף זייערע שטערנס.
און פאר דעם כסא הכבוד, אזויווי א גלעזערנער ים, גלייך צו קריסטאל; און אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און ארום און ארום דעם כסא הכבוד פיר חיות, פול מיט אויגן פון פארנט און פון הינטן.
אזוי צו זאגן: שעדיקט נישט די ערד, נישט דעם ים, נישט די ביימער, ביז מיר וועלן חתמענען די קנעכט פון אונדזער ג‑ט אויף זייערע שטערנס.
מחמת א פאלק וועט זיך אויפהויבן קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; און עס וועלן זיין הונגער נויטן און ערדציטערנישן אויף פארשיידענע ערטער.
און די פיר חיות האבן, יעדע איינע פון זיי, צו זעקס פליגל, ארום און ארום און פון אינעווייניק פול מיט אויגן; און זיי האבן נישט קיין רו בייטאג און ביינאכט, זאגנדיק: הייליק, הייליק, הייליק, איז דער האר ג‑ט, דער אלמעכטיקער, וועלכער איז געווען און וועלכער איז און וועלכער קומט! (ישעיהו ו, א-ג.)