Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 5:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און האב געזען, און געהערט א קול פון א סך מלאכים, ארום און ארום פון דעם כסא הכבוד און פון די חיות און די זקנים; און זייער צאל איז געווען צען טויזנט מאל צען טויזנט און טויזנטער מאל טויזנט (דניאל ז, י.);

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 5:11
18 Referans Kwoze  

נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים,


און פאר דעם כסא הכבוד, אזויווי א גלעזערנער ים, גלייך צו קריסטאל; און אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און ארום און ארום דעם כסא הכבוד פיר חיות, פול מיט אויגן פון פארנט און פון הינטן.


און ארום און ארום דעם כסא הכבוד זענען געווען פיראונצוואנציק טראנען; און אויף די טראנען האב איך געזען פיראונצוואנציק זקנים זיצן, אנגעטאן אין ווייסע קליידער (קיטל); און אויף זייערע קעפ גאלדענע קרוינען.


און איך האב געהערט, ווי א קול פון א גרויסן המון מענטשן, און ווי דאס ברויזן פון א סך וואסערן, און ווי די קול פון שטארקע דונערן, זאגנדיק: הללויה! דען דער האר, אונדזער ג‑ט, דער אלמעכטיקער, איז געווארן מלך!


און אלע מלאכים זענען געשטאנען ארום און ארום דעם כסא הכבוד און ארום די זקנים און די פיר חיות; און זענען אנידערגעפאלן פאר דעם כסא הכבוד אויף זייערע פנימער, און זיך געבוקט צו ה׳,


און די פיר חיות האבן געזאגט: אמן! און די זקנים זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט.


און האב געזען אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און די פיר חיות, און אינמיטן פון די זקנים, א לעמעלע שטיין, ווי געשחטן, האבנדיק זיבן הערנער און זיבן אויגן, וועלכע זענען די זיבן גייסטער פון ג‑ט, געשיקט איבער דער גאנצער ערד.


און אויף די דאזיקע האט אויך נבואות געזאגט חנוך, דער זיבעטער פון אדם, אזוי צו זאגן: זע, דער האר איז געקומען מיט זיינע צענער טויזנטער קדושים,


און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים.


און די צאל פון די חיילות רייטער איז געווען צוויימאל צענטויזנט מאל צען טויזנט; איך האב געהערט זייער צאל.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite