Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 4:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 נאך דעם האב איך געזען, און אָט א טיר איז געשטאנען אפן אין הימל, און דאס ערשטע קול, וואס איך האב געהערט, ווי פון א שופר רעדן מיט מיר, האט געזאגט: קום ארויף אהער, און איך וועל דיר ווייזן, וואס עס דארף געשען נאך די דאזיקע זאכן.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 4:1
21 Referans Kwoze  

און האבן געהערט א הויך קול פון הימל זאגן צו זיי: קומט ארויף אהער! און זיי זענען ארויפגעגאנגען אין הימל אריין אין א וואלקן; און זייערע שונאים האבן זיי געזען.


שרייב דעריבער וואס דו האסט געזען, און וואס איז, און וואס וועט געשען נאך דעם;


איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר,


און גלייך ווי ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם וואסער, האט ער געזען דעם הימל געשפאלטן, און דעם גייסט ווי א טויב אראפשוועבן אויף אים;


און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן—


און דער זיבעטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אין דער לופטן; און עס איז ארויסגעקומען א הויך קול אויס דעם היכל, פון דעם כסא הכבוד, זאגנדיק: עס איז געשען!


און האט געזאגט: אָט זע איך די הימלען געעפנט און דעם בר אנש שטיין אויף דער רעכטער זייט פון ה׳.


דאך ווען ער וועט קומען, דער גייסט פון אמת, וועט ער אייך פירן אין דעם גאנצן אמת אריין; ווארום ער וועט נישט רעדן פון זיך אליין, נאר אלץ, וואס ער הערט, וועט ער רעדן; און ער וועט אייך אנזאגן דאס, וואס דארף ערשט קומען.


און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט,


און ער האט געזען דעם הימל אויפגעמאכט, און עפעס א געפעס אראפקומען, ווי א גרויס ליילעך, אנגעבונדן אויף די פיר עקן, און אראפגעלאזט אויף דער ערד;


ווי יהושע/ישוע איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים;


און איך האב מיך אומגעקערט, צו זען דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר. און אומקערנדיק זיך, האב איך געזען זיבן מנורות פון גאלד;


און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.


און איך האב געזען דעם הימל אפן; און אָט א ווייס פערד און דער, וואס איז דערויף געזעסן, הייסט געטריי און ווארהאפטיק; און מיט גערעכטיקייט משפט ער און פירט מלחמה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite