Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 3:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 ווייל דו זאגסט: איך בין רייך און האב דערווארבן אן עשירות, און דארף גארנישט האבן, און ווייסט נישט, אז דו ביסט עלנט און אומגליקלעך און ארעם און בלינד און בלויז;

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 3:17
26 Referans Kwoze  

איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן.


אָ, איך עלנטער מענטש! ווער וועט מיך באפרייען פונם גוף פון דעם דאזיקן טויט?


הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.


ווען אבער ער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די געזונטע דארפן נישט האבן קיין רופא, נאר די קראנקע.


זע, איך קום ווי א גנב! וואויל איז דעם, וועלכער וואכט און היט אפ זיינע מלבושים, כדי ער זאל נישט ארומגיין נאקעט, און מען זאל נישט זען זיין שאנד!—


ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳.


ווארום דער, וועמען עס פעלן די דאזיקע (מידות טובות), איז בלינד, קורצזיכטיק, און האט פארגעסן די רייניקונג פון זיינע אלטע חטאים.


וואויל איז די ארעמע אין גייסט; ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.


אבער וויי צו אייך, די רייכע! ווייל איר האט שוין באקומען אייער נחמה.


ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;


גוט, דורך אומגלויבן זענען זיי אפגעבראכן געווארן, און דו שטייסט דורך גלויבן. האלט זשע דיך נישט גרויס, נאר האב מורא;


אָט אזוי, ווייל דו ביסט לעבלעך, און נישט הייס, און נישט קאלט, וועל איך דיך אויסשפייען פון מיין מויל.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite