Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 21:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט די זיבן לעצטע מכות, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן די כלה, דעם לעמעלעס ווייב.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 21:9
10 Referans Kwoze  

און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן.


לאמיר זיך משמח זיין און פרייען, און אים אפגעבן כבוד; ווייל עס איז געקומען די סעודות נישואין פון דעם לעמעלע, און זיין ווייב האט זיך צוגעגרייט.


און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן דאס משפט פון דער גרויסער זונה, וואס זיצט אויף פיל וואסערן;


די אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכע ה׳ האט אים געגעבן, צו ווייזן צו זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אין גיכן; און ער האט געשיקט און עס צו וויסן געטאן דורך זיין מלאך צו זיין קנעכט יוחנן,


און האט געמאסטן איר מויער, הונדערט און פיר און פערציק איילן, ווי די מאס פון א מענטשן, דאס הייסט פון א מלאך.


און ער האט מיר געוויזן א שטראם פון וואסער פון לעבן, קלאר ווי קריסטאל, וואס איז ארויסגעגאנגען פון ה׳ס כסא הכבוד און פון דעם לעמעלע,


און ער האט צו מיר געזאגט: די דאזיקע ווערטער זענען באגלויבט און ווארהאפטיק; און דער האר, דער ג‑ט פון די גייסטער פון די נביאים, האט געשיקט זיין מלאך, צו ווייזן זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אינגיכן—


און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite