Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 21:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 21:4
26 Referans Kwoze  

ווייל דאס לעמעלע, וואס איז דארטן אינמיטן פון דעם כסא הכבוד, וועט זיי פאשען און פירן צו די קוואלן פון וואסער פון לעבן; און ה׳ וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן. (ישעיהו כה, ה.)


דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט.


און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק.


דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,


און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.)


און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויט—דער טייך פון פייער.


און עס וועט מער נישט זיין קיין קללה; און ה׳ס כסא הכבוד און דעם לעמעלע וועט זיין אין איר; און זיינע קנעכט וועלן אים דינען;


דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.


און די, וועלכע געברויכן די וועלט, ווי זיי וואלטן זי נישט געברויכט; ווארום דאס געשטאלט פון דער דאזיקער וועלט פארגייט.


דעריבער: גייט ארויס פון זייער מיט, און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט), און רירט נישט אָן קיין טמא זאך; (ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.) און איך וועל אייך אויפנעמען,


דערפאר, אויב עמיצער איז אינם משיח, איז ער א נייע באשאפונג; דאס אלטע איז פארגאנגען, זע, אלץ איז געווארן ניי!


און דאס ווארט נאכאמאל (ציטירן ניטציטירן) מאכט קלאר די פארענדערונג פון זאכן, וואס ציטערן אלס זאכן געשאפענע, כדי די, וואס ציטערן נישט, זאלן בלייבן.


און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite