Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 21:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 און עס וועט בשום אופן אין איר נישט אריינגיין קיין שום טמא זאך, און ווער עס טוט אומווירדיקייט און שקר; נאר די, וואס זענען איינגעשריבן אין דעם לעמעלעס ספר החיים.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 21:27
28 Referans Kwoze  

און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער.


דער, וואס איז מנצח, וועט אזוי זיין אנגעקליידט אין ווייסע מלבושים; און איך וועל בשום אופן נישט אויסמעקן זיין נאמען פון דעם ספר החיים, און וועל באקענען זיין נאמען פאר דעם פאטער מיינעם און פאר זיינע מלאכים.


דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות,


ווארום דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז קיין נואף אדער אומזויבערער (מענטש) אדער געלטגייציקער, וואס איז ווי א געצנדינער, האט נישט קיין נחלה אין דעם מלכות פון דעם משיח און ה׳.


די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם.


יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;


און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים.


יא, און דיך בעט איך אויך, געטרייער סיזיגוס, העלף זיי, וועלכע האבן מיט מיר מיטגעארבעט אין דער בשורה טובה, מיט קלעמענסן און די איבריקע מיטארבעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אינם ספר החיים.


און זיי האבן געזען, אז אייניקע פון זיינע תלמידים עסן ברויט מיט טמא הענט, דאס הייסט אומגעוואשן;


דאך זאלט איר זיך נישט פרייען מיט דעם דאזיקן, וואס די גייסטער זענען אייך אונטערטעניק; נאר פריידט זיך, ווייל אייערע נעמען זענען איינגעשריבן אין הימל!


פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג;


לויט זיין הבטחה אבער דערווארטן מיר א נייעם הימל און א נייע ערד, אין וועלכע גערעכטיקייט וואוינט. (ישעיהו סה, יז-כה.)


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite