Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 20:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויט—דער טייך פון פייער.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 20:14
14 Referans Kwoze  

דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט.


געבענטשט און הייליק איז דער, וואס האט א חלק אין דעם ערשטן אויפשטיין; איבער די דאזיקע האט דער צווייטער טויט נישט קיין שליטה; נאר זיי וועלן זיין כהנים פאר ה׳ און פאר דעם משיח, און וועלן קעניגן מיט אים די טויזנט יאר. און ווען עס וועלן זיך ענדיקן די טויזנט יאר,


די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


און די חיה איז געפאנגען געווארן, און מיט איר דער פאלשער נביא, וואס האט געטאן די אותות (ומופתים) פאר איר, מיט וועלכע ער האט פארפירט די, וואס האבן אנגענומען דעם סימן פון דער חיה און זיך געבוקט צו איר בילד; לעבעדיקערהייט זענען זיי ביידע אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער, וואס ברענט מיט שוועבל;


און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.


און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.


און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים.


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


ווארום דאס דאזיקע פארדארבלעכע מוז זיך אנקליידן מיט אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע מוז אנקליידן אומשטערבלעכקייט.


און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.


און האב געזען, און אָט א בלייך גרין פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, זיין נאמען איז דער טויט; און דאס שאול תחתית איז אים נאכגעגאנגען. און עס איז זיי געגעבן געווארן רשות איבער א פערט חלק פון דער ערד, צו טייטן מיט דער שווערד, און מיט הונגער, און מיט דעם טויט (מגפה), און דורך די ווילדע חיות פון דער ערד.


וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite