Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 2:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 2:7
36 Referans Kwoze  

ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, וועל איך געבן צו עסן דעם פארבארגענעם מן, און וועל אים געבן א ווייסן שטיין, און אויף דעם שטיין א נייעם נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער ווייסט נישט, אחוץ דער, וועלכער באקומט (אים).


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!


אויב עמיצער האט אן אויער, זאל ער הערן.


דעמאלט וועלן די צדיקים לויכטן ווי די זון אין דעם קעניגרייך פון זייער פאטער. ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!


וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין.


ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון.


און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן!


און דער גייסט און די כלה זאגן: קום! און זאל דער הערער זאגן: קום! און דער דורשטיקער זאל קומען; און ווער עס וויל זאל נעמען פונם וואסער פון לעבן אומזיסט.


עס איז נישטא קיין זאך פון דרויסן פון דעם מענטשן, וואס אריינגייענדיק אין אים קען אים טמא מאכן; נאר דאס וואס קומט ארויס אויס דעם מענטשן איז עס, וואס איז מטמא דעם מענטשן.


אינמיטן פון איר גאס. און פון דער זייט און פון יענער זייט פון דעם טייך א בוים פון לעבן, וואס ברענגט צוועלף מינים פירות, און גיט יעדן חודש זיין פרוכט; און די בלעטער פון דעם בוים זענען פאר א רפואה צו די פעלקער.


צו אונדז אבער האט ה׳ עס אנטפלעקט דורך זיין גייסט; ווארום דער גייסט פארשט אלץ אויס, אפילו די טיפענישן פון ה׳.


דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.


איז ארויפגענומען געווארן אין גן עדן אריין, און האט געהערט אומאויסשפרעכלעכע ווערטער, וואס קיין מענטש טאר נישט ארויסרעדן.


און איך האב געזען, ווי א קריסטאלענעם ים געמישט מיט פייער; און די, וואס האבן גובר געווען די חיה און איר בילד און די צאל פון איר נאמען; און זיי זענען געשטאנען ביים קריסטאלענעם ים, האבנדיק הארפעס פון ה׳.


און איך האב געהערט א קול פון הימל, אזוי צו זאגן: שרייב: וואויל איז די טויטע, וועלכע שטארבן אין דעם האר, פון איצט אָן! יא—זאגט דער גייסט—כדי זיי זאלן האבן מנוחה פון זייער מי; ווארום זייערע מעשים פאלגן זיי נאך.


און ער האט געזאגט: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!


און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דער גוטער ערד און האט אויפגעשפראצט און געברענגט פרוכט הונדערטפאכיק. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער אויסגערופן: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!


איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער.


אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite