דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.
און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.)
און די מענטשן זענען אפגעזענגט געווארן מיט א געוואלדיקער היץ, און האבן געלעסטערט דעם נאמען פון ה׳, וואס האט די מאכט איבער די דאזיקע מכות; און האבן נישט תשובה געטאן, אפצוגעבן כבוד צו אים.