Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 18:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 און אין איר איז געפונען געווארן דאס בלוט פון די נביאים און קדושים, און פון אלע הרוגים אויף דער ערד.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 18:24
16 Referans Kwoze  

און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.


ווארום זיי האבן פארגאסן דאס בלוט פון קדושים און נביאים, און בלוט האסטו זיי געגעבן צו טרינקען; זיי זענען עס ווערט.


ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט.


וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן;


און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן.


כדי עס זאל קומען אויף אייך דאס גאנצע רעכטפארטיקע בלוט, וואס איז פארגאסן געווארן אויף דער ערד, פון דעם בלוט פון הבל דעם צדיק ביז צום בלוט פון זכריה בן ברכיה, וועמען איר האט געהרגעט צווישן דעם היכל און דעם מזבח.


וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר זענט גלייך צו געקאלעכטע קברים, וואס פון אויסנווייניק זען זיי אויס שיין, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט ביינער פון מתים, און יעדער אומריינקייט.


וועלכע האבן אפילו געטייט דעם האר יהושע/ישוע און די נביאים, און אונדז האבן זיי ארויסגעיאגט, און זענען נישט וואוילגעפעלן ביי ה׳, און זענען דערווידער אלע מענטשן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite