Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 17:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 17:14
41 Referans Kwoze  

און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט.


וואס עס וועט ווייזן אין דער געהעריקער צייט דער געבענטשטער און איינציק מעכטיקער, דער מלך המלכים און אדון האדונים,


מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.


ווער עס איז מנצח, דעם וועל איך געבן צו זיצן מיט מיר אויף מיין כסא הכבוד, ווי אויך איך האב מנצח געווען און מיך אנידערגעזעצט מיט מיין פאטער אויף זיין כסא הכבוד.


און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,


האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.


ווארום זיי זענען טייוולאנישע גייסטער, וועלכע טאן אותות (ומופתים); און גייען צו די מלכים פון דער גאנצער באוואוינטער וועלט, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה פון דעם גרויסן טאג פון ה׳, דעם אלמעכטיקן—


נאך דעם דער קץ, ווען ער וועט איבערגעבן דאס קעניגרייך צו ג‑ט דעם פאטער; ווען ער וועט בטל מאכן יעדע ממשלה און יעדע הערשאפט און מאכט.


אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט.


און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.


און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן.


איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)


קיין זעלנער פארוויקלט זיך נישט אין די עסקים פון דעם לעבן; כדי ער זאל וואוילגעפעלן דעם אפיציר,


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!


צווישן וועלכע אויך איר זענט בארופן פון יהושע/ישוע המשיחן;


איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite