Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 16:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 און א גרויסער האגל, ווי א צענטנער וואג, איז געפאלן פון הימל אויף די מענטשן; און די מענטשן האבן געלעסטערט ה׳ צוליב דער מכה פון האגל; ווייל די דאזיקע מכה איז געווען שרעקלעך גרויס.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 16:21
15 Referans Kwoze  

און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.


און די מענטשן זענען אפגעזענגט געווארן מיט א געוואלדיקער היץ, און האבן געלעסטערט דעם נאמען פון ה׳, וואס האט די מאכט איבער די דאזיקע מכות; און האבן נישט תשובה געטאן, אפצוגעבן כבוד צו אים.


און געלעסטערט דעם ג‑ט פון הימל פאר זייערע יסורים און פאר זייערע געשווירן; און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע מעשים.


און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite