Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 16:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און געלעסטערט דעם ג‑ט פון הימל פאר זייערע יסורים און פאר זייערע געשווירן; און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע מעשים.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 16:11
20 Referans Kwoze  

און די מענטשן זענען אפגעזענגט געווארן מיט א געוואלדיקער היץ, און האבן געלעסטערט דעם נאמען פון ה׳, וואס האט די מאכט איבער די דאזיקע מכות; און האבן נישט תשובה געטאן, אפצוגעבן כבוד צו אים.


און א גרויסער האגל, ווי א צענטנער וואג, איז געפאלן פון הימל אויף די מענטשן; און די מענטשן האבן געלעסטערט ה׳ צוליב דער מכה פון האגל; ווייל די דאזיקע מכה איז געווען שרעקלעך גרויס.


און דער ערשטער איז אוועק, און האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דער ערד; און עס זענען געקומען בייזע און ווייטיקדיקע געשווירן אויף די מענטשן, וואס האבן געהאט דעם סימן פון דער חיה און וואס האבן זיך געבוקט צו איר בילד.


און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.


און איך האב איר געגעבן צייט, כדי זי זאל תשובה טאן; און זי וויל נישט טאן תשובה פון איר זנות.


שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite