Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 15:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און עס זענען ארויסגעקומען פון דעם היכל די זיבן מלאכים, וועלכע האבן די זיבן פלאג, אנגעטאן אין ריינע לייוונט, וואס האט געגלאנצט, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט גארטלען פון גאלד.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 15:6
9 Referans Kwoze  

און אין דער מיט פון די מנורות איינעם, גלייך צום בר אנש (דניאל ז, יג.), אנגעטאן אין א לאנגן בעקעשע, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט א גאלדענעם גארטל.


און איך האב געזען אן אנדער מופת אין הימל, גרויס און וואונדערבאר: זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן לעצטע מכות, ווייל מיט די דאזיקע האט זיך פארענדיקט ה׳ס צארן.


און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל, שרייענדיק מיט א הויך קול צו אים, וואס איז געזעסן אויף דעם וואלקן: שיק דיין שניידמעסער, און שנייד; ווייל עס איז (שוין) געקומען די שעה צו שניידן, מחמת דער שניט פון דער ערד איז צייטיק געווארן. (יואל ד, יג.)


און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער;


און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם היכל אין הימל, און אויך ער האט געהאט א שארף שניידמעסער.


און עס איז איר געגעבן געווארן, זיך אנצוקליידן אין פיינער לייוונט, ליכטיק און לויטער; ווארום די פיינע לייוונט איז די צדקות פון די קדושים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite