Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 15:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און זיי זינגען דאס ניגון פון משה (רבינו) ה׳ס קנעכט, און דאס ניגון פון דעם לעמעלע, אזוי צו זאגן: גרויס און וואונדערבאר זענען דיינע מעשים, האר, ג‑ט, אלמעכטיקער; גערעכט און אמת זענען דיינע דרכים, דו קעניג פון די פעלקער!

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 15:3
49 Referans Kwoze  

און משה איז טאקע געווען געטריי אין זיין גאנץ הויז ווי א דינער, פאר אן עדות פון די זאכן, וואס האבן געזאלט גערעדט ווערן;


ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.


ווייל ווארהאפטיק און גערעכט זענען זיינע משפטים; ווען ער האט געמשפט די גרויסע זונה, וואס האט פארדארבן די ערד מיט איר זנות, און זיך נוקם געווען פאר דעם בלוט פון זיינע קנעכט אויס איר האנט.


און זיי זינגען א נייעם שיר פאר דעם כסא הכבוד און פאר די פיר חיות און זקנים; און קיינער האט נישט געקענט לערנען דעם שיר, אחוץ די הונדערט פיר און פערציק טויזנט, די אויסגעקויפטע פון דער ערד.


זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.


און געזאגט: מיר דאנקען דיר, האר ג‑ט, אלמעכטיקער, וועלכער ביסט און ביסט געווען; ווייל דו האסט גענומען דיין גרויסע ממשלה און קעניגסט.


און די פיר חיות האבן, יעדע איינע פון זיי, צו זעקס פליגל, ארום און ארום און פון אינעווייניק פול מיט אויגן; און זיי האבן נישט קיין רו בייטאג און ביינאכט, זאגנדיק: הייליק, הייליק, הייליק, איז דער האר ג‑ט, דער אלמעכטיקער, וועלכער איז געווען און וועלכער איז און וועלכער קומט! (ישעיהו ו, א-ג.)


און האט א נאמען אויף זיין קלייד און אויף זיין דיך אויפגעשריבן: מלך המלכים און אדון האדונים.


און אן אנדערער, א צווייטער מלאך, האט נאכגעפאלגט, זאגנדיק: געפאלן, געפאלן איז בבל, די גרויסע, וועלכע האט געמאכט אנגעטרונקען אלע פעלקער מיט דעם צארנוויין פון איר זנות.


אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.


איך בין אלף און תוו, זאגט דער האר ג‑ט, וועלכער איז און איז געווען און קומט, דער אלמעכטיקער.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite