Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 15:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און איך האב געזען, ווי א קריסטאלענעם ים געמישט מיט פייער; און די, וואס האבן גובר געווען די חיה און איר בילד און די צאל פון איר נאמען; און זיי זענען געשטאנען ביים קריסטאלענעם ים, האבנדיק הארפעס פון ה׳.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 15:2
14 Referans Kwoze  

און פאר דעם כסא הכבוד, אזויווי א גלעזערנער ים, גלייך צו קריסטאל; און אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און ארום און ארום דעם כסא הכבוד פיר חיות, פול מיט אויגן פון פארנט און פון הינטן.


און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.


און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים.


און דער בוי פון איר מויער איז יאספיס; און די שטאט איז פון לויטער גאלד, ענלעך צו לויטער גלאז.


כדי די אויספרובירונג פון אייער אמונה זאל געפונען ווערן פיל מער ווערט ווי גאלד, וואס פארגייט, הגם עס ווערט אויסגעפרובירט דורך פייער, פאר א לויב און הערלעכקייט און כבוד ביי דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;


איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.


און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן.


געליבטע, וואונדערט זיך נישט איבער דעם קאלכאויוון, וואס איז געקומען, ווי א נסיון אויף אייך, גלייך ווי א פרעמדע זאך וואלט אייך געטראפן;


און איך האב געזען א חיה ארויפשטייגן אויס דעם ים, האבנדיק צען הערנער און זיבן קעפ, און אויף אירע הערנער צען דיאדעמען, און אויף אירע קעפ נעמען פון לעסטערונג.


און אז קיינער זאל נישט קענען קויפן אדער פארקויפן, אויב ער האט נישט דעם סימן, דעם נאמען פון דער חיה, אדער די צאל פון איר נאמען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite