Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 15:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און איך האב געזען אן אנדער מופת אין הימל, גרויס און וואונדערבאר: זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן לעצטע מכות, ווייל מיט די דאזיקע האט זיך פארענדיקט ה׳ס צארן.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 15:1
21 Referans Kwoze  

און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, וואס זענען געווען אנגעפילט מיט די זיבן לעצטע מכות, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן די כלה, דעם לעמעלעס ווייב.


און פון זיין מויל גייט ארויס א שארפע שווערד, כדי מיט איר זאל ער שלאגן די אומות (העולם); און ער וועט הערשן איבער זיי מיט אן אייזערנער רוט; און ער טרעט דעם וויינקעלטער פון דעם צארנוויין פון דעם אלמעכטיקן ה׳ס גרימצארן.


און איך האב געהערט א הויך קול פון דעם היכל זאגן צו די זיבן מלאכים: גייט, און גיסט אויס די זיבן געפעסן פון ה׳ס צארן אויף דער ערד!


און דער מלאך האט געווארפן זיין שניידמעסער אויף דער ערד און האט געשניטן די וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד און זיי געווארפן אין דעם גרויסן וויינקעלטער פון ה׳ס צארן.


וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע;


דער צווייטער וויי איז אריבער; אָט קומט דער דריטער וויי אין גיכן.


און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזויווי א לייב ברומט; און ווען ער האט געהאט געשריגן, האבן די זיבן דונערן גערעדט מיט זייערע קולות.


און די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן שופרות, האבן זיך צוגעגרייט צום בלאזן.


און איך האב געזען, און געהערט אן אדלער, פליענדיק אינמיטן הימל, זאגן מיט א הויך קול: וויי! וויי! וויי צו די איינוואוינער אויף דער ערד, וועגן די איבריקע קולות פון דעם שופר פון די דריי מלאכים, וועלכע וועלן נאך בלאזן.


און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות.


און די איבריקע מענטשן, וועלכע זענען נישט אומגעקומען אין די דאזיקע מגפות, האבן נישט תשובה געטאן פון די מעשים פון זייערע הענט, אז זיי זאלן זיך נישט בוקן צו טייוולאנים, און אפג‑טער פון גאלד און זילבער און קופער און שטיין און האלץ, וואס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט ארומגיין;


און עס איז געקומען איינער פון די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן געפעסן, און האט גערעדט מיט מיר, אזוי צו זאגן: קום, איך וועל דיר ווייזן דאס משפט פון דער גרויסער זונה, וואס זיצט אויף פיל וואסערן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite