Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 14:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און האט געזאגט מיט א הויך קול: האט מורא פאר ה׳, און גיט אים אפ כבוד, ווייל עס איז געקומען די שעה פון זיין משפט; און בוקט זיך צום באשעפער פון הימל און ערד און ים און קוואלן וואסער.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 14:7
44 Referans Kwoze  

ווער וועט נישט מורא האבן פאר דיר, אָ האר, און נישט אפגעבן כבוד צו דיין נאמען? ווייל דו אליין ביסט הייליק; יא, אלע אומות (העולם) וועלן קומען און זיך בוקן פאר דיר; ווייל דיינע גערעכטע משפטים זענען אנטפלעקט געווארן.


און די פעלקער זענען געווארן צארנדיק, און דיין צארן איז געקומען, און די צייט פון די מתים, געמשפט צו ווערן, און צו געבן דעם שכר צו דיינע קנעכט די נביאים, און צו די קדושים, און די, וועלכע פארכטן זיך פאר דיין נאמען, די קליינע און די גרויסע, און צו פארדארבן די פארדארבער פון דער ערד.


ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג‑ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן.


און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.


פונדערווייטנס וועלן זיי בלייבן שטיין צוליב דער מורא פון אירע ליידן, און וועלן זאגן: וויי, וויי, די שטאט די גרויסע, בבל, די שטאט די שטארקע! מחמת אין איין שעה איז איר משפט געקומען.


און די מענטשן זענען אפגעזענגט געווארן מיט א געוואלדיקער היץ, און האבן געלעסטערט דעם נאמען פון ה׳, וואס האט די מאכט איבער די דאזיקע מכות; און האבן נישט תשובה געטאן, אפצוגעבן כבוד צו אים.


און ווען די חיות געבן אפ כבוד און ערע און לויב צו דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, דעם, וועלכער לעבט לעלמי עולמים,


מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי;


און עס איז ארויסגעגאנגען א קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: לויבט אונדזער ג‑ט, אלע זיינע קנעכט, איר, וועלכע האבן מורא פאר אים, די קליינע און די גרויסע.


און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער;


צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי?


און האבן געווארפן שטויב אויף זייערע קעפ, און געשריגן, וויינענדיק און קלאגנדיק, אזוי צו זאגן: וויי, וויי, דו גרויסע שטאט! אין וועלכער עס זענען רייך געווארן אלע, וואס האבן געהאט שיפן אויפן ים, פון איר וואוילשטאנד! אז אין איין (איינציקער) שעה איז זי חרוב געווארן.


אז אין איין (איינציקער) שעה איז אזא עשירות חרוב געווארן. און יעדער שיפסקאפיטאן, און יעדער איינער, וואס פארט (פון ארט) צו ארט אויף א שיף, און מאטראז, און אלע, וועלכע ארבעטן אויפן ים, זענען געשטאנען פונדערווייטנס,


אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;


וואכט זשע; ווייל איר ווייסט נישט דעם טאג, און אויך נישט די שעה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite