Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 13:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 אויב איינער נעמט געפאנגען, וועט ער גיין אין געפאנגענשאפט; אויב איינער טייט מיט דער שווערד, מוז ער אליין געטייט ווערן מיט דער שווערד. דא אָ איז די סבלנות און דער גלויבן פון די קדושים.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 13:10
29 Referans Kwoze  

דא איז די סבלנות פון די קדושים, וועלכע היטן אפ ה׳ס געבאטן און די אמונה פון יהושען/ישוען.


ווייל דו האסט אפגעהיטן דאס ווארט פון מיין סבלנות, וועל איך דיך אויך אפהיטן פון דער שעה פון נסיון, וואס גייט קומען איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, אויסצופרואוון די איינוואוינער אויף דער ערד.


דורך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע לעבנס!


כדי איר זאלט נישט ווערן שטומפיק, נאר זיין נאכפאלגער פון די, וואס דורך אמונה און סבלנות זענען געווארן יורשים פון די הבטחות.


איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער;


דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: קער אום דיין שווערד אויף איר ארט! מחמת אלע, וואס נעמען א שווערד, וועלן אומקומען מיט דער שווערד.


ווארום זיי האבן פארגאסן דאס בלוט פון קדושים און נביאים, און בלוט האסטו זיי געגעבן צו טרינקען; זיי זענען עס ווערט.


איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען.


געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.


איך קען דיינע מעשים, און דיין ליבע און אמונה און עבודה און סבלנות, און אז דיינע לעצטע מעשים זענען מער ווי די ערשטע.


געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה;


מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן.


און די פעלקער זענען געווארן צארנדיק, און דיין צארן איז געקומען, און די צייט פון די מתים, געמשפט צו ווערן, און צו געבן דעם שכר צו דיינע קנעכט די נביאים, און צו די קדושים, און די, וועלכע פארכטן זיך פאר דיין נאמען, די קליינע און די גרויסע, און צו פארדארבן די פארדארבער פון דער ערד.


די חיה, וואס דו האסט געזען, איז געווען, און איז (מער) נישטא, און וועט ארויפשטייגן אויס דעם תהום און גיין צו פארדארבונג. און די איינוואוינער אויף דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון בריאת העולם אָן, וועלן זיך וואונדערן, ווען זיי וועלן זען די חיה, אז זי איז געווען און איז (מער) נישטא און וועט ווידער זיין.


און די חיה, וואס איז געווען און איז (מער) נישטא, איז אליין אויך דער אכטער, און איז פון די זיבן; און גייט צו פארדארבונג.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite