Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 12:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און עס איז געווארן א מלחמה אין הימל: מיכאל און זיינע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן מיט דער שלאנג; אויך די שלאנג און אירע מלאכים האבן מלחמה געהאלטן;

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 12:7
23 Referans Kwoze  

און מיכאל דער שר המלאכים, ווען ער האט געהאט א סכסוך מיט דעם שׂטן און זיך געקריגט וועגן משהס גוף, האט זיך נישט אונטערגעשטעלט צו ברענגען אן אנקלאג פון לעסטערונג אויף אים, נאר האט געזאגט: זאל דער האר אנשרייען אויף דיר!


ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;


ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער.


און ער האט געכאפט די שלאנג, דעם נחש הקדמוני, וואס איז דער טייוול (אליין) און דער שׂטן, און אים געבונדן אויף טויזנט יאר,


און די גרויסע שלאנג איז אראפגעווארפן געווארן, דער נחש הקדמוני, וואס הייסט טייוול און שׂטן, וועלכער האט פארפירט די גאנצע באוואוינטע וועלט; ער איז אראפגעווארפן געווארן אויף דער ערד, און זיינע מלאכים זענען אראפגעווארפן געווארן מיט אים.


און צו אייך, די געפייניקטע, מנוחה מיט אונדז ביי דער אנטפלעקונג פון דעם האר יהושע/ישוע פון הימל מיט די מלאכים פון זיין מאכט


און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן.


און עס איז איר געגעבן געווארן צו פירן א מלחמה קעגן די קדושים, און זיי מנצח צו זיין; און עס איז איר געגעבן געווארן ממשלה איבער יעדן שבט און פאלק און לשון און אומה. (דניאל ז, כא, כה.)


מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


דער בר אנש וועט ארויסשיקן זיינע מלאכים, און זיי וועלן איינזאמלען פון זיין מלכות אלע מיכשולים און די, וואס טאן רשעות,


אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


און ער וועט שיקן זיינע מלאכים מיט א גרויסן שופר, און זיי וועלן איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון איין עק הימל ביז צום אנדערן עק הימל.


ווייל עס איז געווען פאסן פאר אים, פאר וועמען אלץ איז און דורך וועמען אלץ איז, פירנדיק א סך זין צו הערלעכקייט, שלמותדיק צו מאכן דורך ליידן דעם גרינדער פון זייער ישועה.


און האבן נישט גובר געווען, און זייער ארט האט זיך מער נישט געפונען אין הימל.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite