Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 11:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און (לייט) פון פעלקער און שבטים און לשונות און אומות קוקן אויף זייערע גופים דריי מיט א האלבן טאג לאנג, און דערלאזן נישט, אז מען זאל לייגן זייערע גופים אין א קבר אריין.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 11:9
14 Referans Kwoze  

און ער זאגט צו מיר: די וואסערן, וואס דו האסט געזען, וואו די זונה זיצט, זענען פעלקער און המונים מענטשן און אומות און לשונות.


און נאך דריי און א האלבן טאג איז אריינגעגאנגען אין זיי א גייסט פון לעבן פון ה׳, און זיי האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פיס; און א גרויסע מורא איז געפאלן אויף די, וואס האבן זיי געזען.


און מען האט מיר געזאגט: דו מוזט ווידער נבואות זאגן איבער א סך פעלקער און אומות און לשונות און מלכים.


און עס איז איר געגעבן געווארן צו פירן א מלחמה קעגן די קדושים, און זיי מנצח צו זיין; און עס איז איר געגעבן געווארן ממשלה איבער יעדן שבט און פאלק און לשון און אומה. (דניאל ז, כא, כה.)


און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים.


מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן.


און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite