Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די אנטפלעקונג 11:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און דעם חצר אין דרויסן פונם היכל זאלסטו אויסלאזן, און אים נישט מעסטן, ווייל ער איז געגעבן געווארן צו די אומות (העולם); און די הייליקע שטאט וועלן זיי צעטרעטן צוויי און פערציק חדשים לאנג.

Gade chapit la Kopi




די אנטפלעקונג 11:2
32 Referans Kwoze  

און די פרוי איז אנטרונען אין דער מדבר אריין, וואו זי האט געהאט אן ארט צוגעגרייט פון ה׳, כדי מען זאל זי דארט דערנערן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג.


און זיי וועלן פאלן פון דער שארף פון דער שווערד, און געפאנגען געפירט ווערן צווישן אלע פעלקער; און ירושלים וועט צעטרעטן ווערן פון אומות (העולם), ביז די צייטן פון די אומות (העולם) וועלן דערפילט ווערן.


און איך וועל געבן מיינע צוויי עדות, און זיי וועלן נבואות זאגן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג לאנג, אנגעטאן אין זעק.


און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן.


און אויב עמיצער וועט אוועקנעמען פון די ווערטער פון דעם ספר פון דער דאזיקער נבואה, וועט ה׳ אוועקנעמען זיין חלק פון דעם בוים פון לעבן און פון דער הייליקער שטאט, דערפון וואס שטייט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר.


און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך.


איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן.


דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש,


און נאך דריי און א האלבן טאג איז אריינגעגאנגען אין זיי א גייסט פון לעבן פון ה׳, און זיי האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פיס; און א גרויסע מורא איז געפאלן אויף די, וואס האבן זיי געזען.


וואס פאר א הארבערע שטראף איז ווערט דער, וואס האט דעם זון פון דער אויבערשטער געטרעטן מיט די פיס און געהאלטן פאר טמא דאס בלוט פון דעם בונד, דורך וועלכן ער איז געהייליקט געווארן, און געלעסטערט דעם גייסט פון חסד.


און האט מיך אוועקגעפירט אינם גייסט אויף א גרויסן און הויכן בארג, און מיר געוויזן די הייליקע שטאט ירושלים, אראפנידערן אויס דעם הימל פון ה׳,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite