7 ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער.
דערפאר האבן מיר זיך געטרייסט; און אין אונדזער טרייסט האבן מיר זיך נאך פיל, פיל מער געפריידט איבער טיטוסנס שמחה, ווייל זיין גייסט איז פון אייך אלעמען דערקוויקט געווארן.
ווארום וואס פאר א שבח קענען מיר אפגעבן צו ה׳ פאר אייך, פאר דער גאנצער שמחה, מיט וועלכער מיר פרייען זיך צוליב אייך פאר אונדזער ג‑ט?
גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות.
יא, מיין ברודער, לאז מיך א הנאה האבן פון דיר אינם האר; דערקוויק מיין הארץ אין דעם משיח.
ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען?
איך האב מיך זייער געפריידט, אז איך האב געפונען (אייניקע) פון דיינע קינדער גיין אינם אמת, לויט ווי מיר האבן באקומען א געבאט פון דעם פאטער.
זאל דער האר שענקען רחמים צו דעם הויזגעזינד פון אנעסיפארוס; ווייל א סך מאל האט ער מיך דערקוויקט, און זיך נישט געשעמט מיט מיינע קייטן,
און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן.
דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;
ווארום זיי האבן דערפרישט מיין גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע.