Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 9:41 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

41 ווארום ווער עס וועט אייך געבן צו טרינקען א טעפעלע וואסער, פון מיינעטוועגן, ווייל איר געהערט צום משיח, באמת זאג איך אייך, דער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר.

Gade chapit la Kopi




מארקוס 9:41
11 Referans Kwoze  

וואס וועט געבן צו טרינקען איינעם פון די דאזיקע קליינע בלויז א טעפעלע קאלט וואסער אין דעם נאמען פון א תלמיד, באמת זאג איך אייך; ער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר!


און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!


איר קוקט אויפן פנים? אויב עמיצער איז ביי זיך זיכער, אז ער געהערט צום משיח, זאל ער זיך ווידער דאס באדענקען, אז ווי ער געהערט צום משיח, אזוי געהערן מיר אויך.


און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען.


ווארום אויב דיין ברודער ווערט מצער דורך א מאכל, (וואס דו עסט), גייסטו מער נישט לויט דער ליבע. זאל יענער, פאר וועמען משיח איז געשטארבן, נישט פארלוירן ווערן דורך דיין שפייז!


אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.


די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.


און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.


און איר צום משיח, און דער משיח צו ה׳.


און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite