Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 9:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע.

Gade chapit la Kopi




מארקוס 9:10
15 Referans Kwoze  

און אויך אייניקע פון די עפיקורעישע און סטאישע פילאזאפן האבן זיך געפלפולט מיט אים. און אייניקע האבן געזאגט: וואס וויל דער דאזיקער פלאפלער זאגן? אנדערע אבער (האבן געזאגט): ער שיינט אויס צו זיין א מגיד פון פרעמדע ג‑טער—ווייל ער האט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען און תחית המתים.


דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים.


זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן.


און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און האט אנגעהויבן צו שרייען אויף אים, אזוי צו זאגן: שוין דיך, האר! דאס דאזיקע זאל דיר נישט געשען!


און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע.


און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: די סופרים זאגן, אז אליהו מוז קומען צום ערשט. (מלאכי ד, ה-ו.)


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite