Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 8:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן.

Gade chapit la Kopi




מארקוס 8:6
18 Referans Kwoze  

און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.


דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר.


עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה.


זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן.


און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.


וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.


און בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף.


און ער האט זיי געפרעגט: וויפל ברויטן האט איר? האבן זיי געזאגט: זיבן.


און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן.


און ווען די זיבן (ברויטן) פאר די פיר טויזנט, וויפל גרויסע קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? און זיי זאגן: זיבן!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite