Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 7:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 ווארום די פרושים און אלע יידן, אויב זיי וואשן זיך נישט די הענט ביז צום עלנבויגן, עסן זיי נישט, ווייל זיי האלטן די מסורה פון די זקנים;

Gade chapit la Kopi




מארקוס 7:3
10 Referans Kwoze  

און בין איבערגעשטיגן אין דעם יידישן דת העכער פון א סך מיינסגלייכן אין יארן צווישן מיין פאלק, זייענדיק א זייער גרויסער קנאי פאר דער מסורה פון מיינע אבות.


איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר.


גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;


וויסנדיק, אז נישט מיט פארדארבלעכע זאכן, מיט זילבער אדער גאלד, זענט איר אויסגעלייזט געווארן פון אייער נישטיקן שטייגער לעבן, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן פון אייערע עלטערן;


און די פרושים און די סופרים האבן אים געפרעגט; פארוואס פירן זיך דיינע תלמידים נישט אויף לויט דער מסורה פון די זקנים, נאר עסן ברויט מיט טמא הענט?


און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן.


און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite