Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 7:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 און ער זאגט צו זיי, אזוי, אויך זענט איר אָן פארשטאנד? צי פארשטייט איר דען נישט, אז אלץ, וואס גייט אריין אין דעם מענטשן פונדרויסן, קען אים נישט טמא מאכן?

Gade chapit la Kopi




מארקוס 7:18
12 Referans Kwoze  

וועגן וועמען מיר האבן א סך צו זאגן און וואס איז שווער צו דערקלערן, ווייל איר זענט געווארן פויל צו הערן.


און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!


ווי קומט עס, וואס איר פארשטייט נישט, אז איך האב נישט גערעדט צו אייך פון ברויט? היט אייך אבער פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים.


מילך האב איך אייך געגעבן צו טרינקען, נישט קיין מאכל; ווארום איר האט עס נישט געקענט פארטראגן; און אפילו איצט קענט איר עס נאך אויך נישט פארטראגן;


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט?


און זאגט צו זיי: איר פארשטייט נישט דאס דאזיקע משל, און וויאזוי וועט איר פארשטיין אלע משלים?


נישט דאס, וואס גייט אריין אין מויל, מאכט דעם מענטשן טמא; נאר דאס, וואס קומט ארויס פון מויל, דאס דאזיקע מאכט טמא דעם מענטשן.


און ווען ער איז פונם המון מענטשן אריינגעקומען אין הויז אריין, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט וועגן דעם משל.


ווייל עס גייט נישט אריין אין הארצן, נאר אין בויך, און עס גייט ארויס אין בית הכסא אריין. אזוי ארום האט ער דערקלערט אלע שפייזן ריין.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite