Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 6:41 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

41 און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע.

Gade chapit la Kopi




מארקוס 6:41
22 Referans Kwoze  

און ער האט באפוילן די המונים מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויפן גראז; און האט גענומען די פינף לעבלעך ברויט, און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל און געמאכט א ברכה, און האט צעבראכן און געגעבן די תלמידים די ברויטן, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.


און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף!


און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.


און ער האט גענומען די פינף ברויטן און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, געמאכט א ברכה און האט זיי צעבראכן און געגעבן צו די תלמידים צו לייגן פאר דעם המון מענטשן.


דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד.


דאס האט יהושע/ישוע גערעדט; און אויפהויבנדיק זיינע אויגן צום הימל, האט ער געזאגט; פאטער, עס איז געקומען די שעה; פארהערלעך דיין זון, כדי דער זון זאל דיך פארהערלעכן;


און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט.


און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף.


און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.


דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר.


עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה.


דאן האט יהושע/ישוע גענומען די ברויטן, האט געמאכט א ברכה און זיי צעטיילט צו די, וואס האבן זיך אנידערגעזעצט; דעסגלייכן אויך פון די פישלעך, וויפל זיי האבן געוואלט.


און בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף.


און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן.


און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן.


און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק.


און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן.


ווען איך האב צעבראכן די פינף ברויטן פאר די פינף טויזנט, וויפל קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? זאגן זיי צו אים: צוועלף!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite