Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 4:26 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

26 און ער האט געזאגט: אזוי אָ איז דאס קעניגרייך פון ה׳, ווי א מענטש וואלט געווארפן דעם זאמען אויף דער ערד,

Gade chapit la Kopi




מארקוס 4:26
24 Referans Kwoze  

אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געזייט גוטן זאמען אין זיין פעלד.


און דאס איז דאס משל: דער זאמען דאס איז ה׳ס ווארט.


עס איז ארויסגעגאנגען דער זייער צו פארזייען זיין זאמען; און בשעת ער האט געזייט, איז עפעס (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג און איז צעטרעטן געווארן, און די פייגל פון הימל האבן עס אויפגעפרעסן.


און די פרוכט פון גערעכטיקייט ווערט געזייעט אין שלום פאר די, וואס מאכן שלום.


באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות.


דעריבער האט ער געזאגט: צו וואס איז דאס קעניגרייך פון ה׳ גלייך? און צו וואס זאל איך עס פארגלייכן?


אן אנדער משל האט ער צו זיי געזאגט: דאס מלכות השמים איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען, און באהאלטן אין דריי מאס זעמל מעל, ביז עס וועט אינגאנגצן דורכגעזויערט ווערן.


אן אנדער משל האט ער פאר זיי פארגעלייגט, אזוי צו זאגן: דאס מלכות השמים איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען, און געזייט אין זיין פעלד.


און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן.


און ער האט גערעדט צו זיי א סך זאכן מיט משלים, אזוי צו זאגן: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו זייען;


פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


ווארום ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן; און ווער עס האט נישט, פון דעם וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא.


און לייגט זיך שלאפן און שטייט אויף, ביינאכט און בייטאג, און דער זאמען שפראצט ארויס און וואקסט אויף, אָן זיין וויסן וויאזוי.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite