Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 4:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און ער האט צו זיי געזאגט: אייך איז געגעבן געווארן דער סוד פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו יענע אבער אינדרויסן ווערט אלץ געטאן אין משלים;

Gade chapit la Kopi




מארקוס 4:11
20 Referans Kwoze  

אין יענער צייט האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, אז דו האסט פארבארגן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער!


און ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין.


און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.


כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.


פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט.


און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ.


באקאנט מאכנדיק צו אונדז דעם סוד פון זיין רצון, לויט זיין וואוילגעפעלן, וואס ער האט פון פריער באשלאסן אין אים,


ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר‑יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל!


אבער וואויל איז אייערע אויגן, ווייל זיי זען; און אייערע אויערן, ווייל זיי הערן.


ווארום ווער מאכט דיך אויסגעצייכנטער? און וואס (אזוינס) האסטו, וועלכעס דו האסט נישט באקומען? אויב אבער דו האסט (עס שוין יא) באקומען, וואס בארימסטו זיך, ווי דו וואלסט עס נישט מקבל געווען?


און ער האט זיי גערופן צו זיך, און גערעדט צו זיי מיט משלים; וויאזוי קען דער שׂטן ארויסטרייבן דעם שׂטן?


און ער האט זיי געלערנט א סך זאכן מיט משלים, און האט צו זיי געזאגט אין זיין תורה:


און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite