8 וואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה.
ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט.
יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: לאז זי צופרידן, צום טאג פון מיין קבורה האט זי עס באהאלטן.
און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
און ווען עס איז שוין געווארן אוונט, ווייל עס איז געווען ערב שבת, דאס הייסט א טאג פאר שבת,
מחמת אויסגיסנדיק דעם דאזיקן זאלבאייל אויף מיין גוף, האט זי עס געטאן צו מיין קבורה.