5 ווארום מען האט געקענט פארקויפן דעם דאזיקן זאלבאייל פאר מער ווי דריי הונדערט דינרים, און עס געבן צו די ארעמעלייט. און זיי האבן זיך אנגעבייזערט אויף איר.
ווארום אייניקע האבן געמיינט, ווייל יהודה האט געהאט די פושקע, זאגט יהושע/ישוע צו אים: קויף איין, וואס מיר ברויכן אויף יום טוב; אדער אז ער זאל עפעס געבן צו די ארעמעלייט.
די דאזיקע זענען מורמלער, און וואס באקלאגן זיך (נאר), בשעת זיי גייען נאך זייערע תאוות, און זייער מויל רעדט שטאלצע זאכן, און זענען נושא פנים צוליב שוחד.
טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים,
זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט.
מורמלט אויך נישט, ווי א טייל פון זיי האבן געמורמלט, און זענען אומגעקומען דורך דעם משחית.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: מורמלט נישט צווישן זיך.
פיליפוס האט אים געענטפערט: צוויי הונדערט דינרים ברויט וועט פאר זיי נישט געניגן, אז יעדער איינער זאל בלויז נעמען א שטיקל.
און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!
און ווען זיי האבן עס גענומען, האבן זיי געמורמלט אויף דעם בעל הבית,
ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק!
עס זענען אבער געווען אייניקע, וואס זענען געווארן צארנדיק צווישן זיך, (אזוי צו זאגן:) צו וואס איז די דאזיקע פארשווענדונג פון דעם זאלבאייל געמאכט געווארן?
יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך.
מחמת דאס דאזיקע האט מען געקענט טייער פארקויפן, און עס געבן צו ארעמעלייט.