8 ווארום א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און מלוכה קעגן מלוכה; עס וועלן זיין ערדציטערנישן דא און דארטן; עס וועלן זיין הונגערנויטן; די דאזיקע זענען דער אנהויב פון די ווייען.
דאס אלץ אבער איז דער אנהויב פון די ווייען.
און עס איז ארויסגעגאנגען אן אנדער פערד, פייער רויט; און דעם, וואס איז געזעסן דערויף, איז געגעבן געווארן אוועקצונעמען דעם שלום פון דער ערד, און אז מען זאל זיך הרגענען איינס דאס אנדערע; און עס איז אים געגעבן געווארן א גרויסע שווערד.
בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען.
און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס.
און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף.
איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.