Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 13:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס, און וועלן א סך פארפירן.

Gade chapit la Kopi




מארקוס 13:6
13 Referans Kwoze  

ווארום עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים און פאלשע נביאים, און וועלן טאן נסים און וואונדער, כדי צו פארפירן, אויב מעגלעך, די אויסדערוויילטע.


געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין.


דערפאר האב איך אייך געזאגט, אז איר וועט שטארבן אין אייערע זינד; ווארום אויב איר וועט נישט גלויבן, אז איך בין עס, וועט איר שטארבן אין אייערע זינד.


איך בין געקומען אין דעם נאמען פון מיין פאטער, און איר נעמט מיך נישט אויף; ווען אן אנדערער וועט קומען אין זיין אייגענעם נאמען, וועט איר אים יא אויפנעמען.


און עס וועלן אויפשטיין פיל פאלשע נביאים, און פארפירן א סך.


מחמת א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, אזוי צו זאגן: איך בין דער משיח; און פארפירן א סך.


און יהושע/ישוע האט אנגעהויבן זאגן צו זיי: גיט אכטונג, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן.


און ווען איר וועט הערן וועגן מלחמות און שמועות פון מלחמות, זאלט איר זיך נישט דערשרעקן; דאס מוז געשען; נאר עס איז נאך נישט דער סוף.


דאן האט יהושע/ישוע געזאגט: ווען איר וועט אויפהויבן דעם בר אנש, דעמאלט וועט איר וויסן, אז איך בין עס, און אז פון מיר אליין טו איך קיין זאך נישט; נאר ווי דער פאטער האט מיך געלערנט, אזוי רעד איך דאס.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite