Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 12:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און זיי האבן געזוכט אים צו כאפן; און האבן מורא געהאט פאר דעם המון מענטשן; ווארום מען האט געוואוסט, אז ער האט געזאגט דאס משל אויף זיי; און זיי האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.

Gade chapit la Kopi




מארקוס 12:12
13 Referans Kwoze  

און די הויפט כהנים און די סופרים האבן עס געהערט. און זיי האבן געזוכט וויאזוי אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פאר אים, ווייל דער גאנצער המון מענטשן האט געשטוינט איבער זיין לערנונג.


אייניקע פון זיי האבן אים געוואלט כאפן, נאר קיינער האט נישט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים.


זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען.


אייניקע פון די לייט פון ירושלים האבן דעריבער געזאגט: צי איז ער דען נישט דער, וועמען מען זוכט צו טייטן?


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן?—האבן זיי מורא געהאט פארן המון; ווארום אלע האבן געהאלטן, אז יוחנן איז ווירקלעך געווען א נביא.


און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געוואונדערט, האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.


און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי.


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא.


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite