3 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: וואס האט אייך משה געבאטן?
זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)?
איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.
און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?
און פרושים זענען צוגעקומען צו אים, און האבן אים געפרעגט, אויב א מאן מעג זיך גטן מיטן ווייב; אויספרואוונדיק אים.
און זיי האבן געזאגט: משה האט דערלויבט (איר) צו שרייבן א ספר כריתות (גט) און זי אוועקצושיקן. (דברים כד, א.)