Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מארקוס 10:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: וואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ ה׳ אליין!

Gade chapit la Kopi




מארקוס 10:18
14 Referans Kwoze  

און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: פארוואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ איינער—ה׳.


און ער האט צו אים געזאגט: וואס פרעגסטו מיך וועגן דעם גוטן? נאר איינער איז דער גוטער! אויב אבער דו ווילסט אריינגיין אין דעם לעבן, האלט די מצוות!


און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים.


אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.)


ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.


יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.


און בעת ער איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג, איז אים איינער אקייגנגעלאפן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און האט אים געפרעגט: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?


די געבאטן קענסטו: דו זאלסט נישט מארדן! דו זאלסט נישט נואפן! דו זאלסט נישט גנבענען! דו זאלסט נישט פאלש עדות זאגן! דו זאלסט נישט באטריגן! דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! (שמות כ, יב-טז.)


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite