10 און אינם הויז האבן די תלמידים אים ווידער געפרעגט וועגן דער דאזיקער זאך.
און די זענען געקומען קיין כפר‑נחום; און זייענדיק אינם הויז, האט ער זיי געפרעגט: וועגן וואס האט איר זיך מתווכח געווען אויפן וועג?
און ווען ער איז אריינגעגאנגען אינם הויז, האבן זיינע תלמידים, גאנץ אליין, אים געפרעגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען בכוח אים ארויסצוטרייבן?
און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים.
דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן!
און ער האט צו זיי געזאגט: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז ער מזנה קעגן איר;