16 און פארבייגייענדיק ביים ים פון גליל, האט ער געזען שמעונען און אנדריי שמעונס ברודער ווארפן א נעץ אין ים אריין; ווארום זיי זענען געווען פישערלייט.
זאגט צו אים איינער פון זיינע תלמידים, אנדריי דער ברודער פון שמעון פעטרוס:
שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי,
און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט.
קומט פיליפוס און זאגט עס צו אנדריי; קומט אנדריי מיט פיליפוסן און זאגן עס צו יהושען/ישוען;
און אנדריי, און פיליפוס, און בר‑תלמי, און מתתיהו, און תומא, און יעקב בן חלפי, און תדי, און שמעון הקנאי,
און האט באשטימט אָט די צוועלף: שמעונען האט ער צוגעזעצט דעם נאמען פעטרוס;
און אָט די דאזיקע זענען די נעמען פון די צוועלף שליחים: דער ערשטער שמעון, וואס מען האט אים גערופן פעטרוס, און זיין ברודער אנדריי; יעקב בן זבדי, און זיין ברודער יוחנן;