ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.
זע, מיין קנעכט, וועמען איך האב אויסדערוויילט; מיין געליבטער, אין וועמען מיין נפש האט א וואוילגעפעלן; איך וועל געבן מיין גייסט אויף אים, און ער וועט דערקלערן משפט צו די פעלקער.
און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!