Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מתתיהו 8:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!

Gade chapit la Kopi




מתתיהו 8:4
31 Referans Kwoze  

און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן.


און ער האט אים באפוילן, עס קיינעמען נישט אויסצוזאגן, נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב פאר דיין רייניקונג, אזוי ווי משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! (ויקרא יד, א-לב.)


און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט.


און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון.


און וועלכעס ארט עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און מען וועט אייך נישט וועלן הערן, זאלט איר ביים אוועקגיין פון דארטן אפשאקלען דעם שטויב פון אונטער אייערע פיס, ווי אן עדות צו זיי.


און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן.


און בשעת זיי זענען אראפגעגאנגען פון בארג, האט יהושע/ישוע זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: זאגט קיינעם נישט פון דער זעאונג, ביז דער בר אנש איז אויפגעשטאנען פון די טויטע.


אפילו פאר מושלים און מלכים וועט מען אייך פירן צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי און צו די אומות (העולם).


גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט טאן אייער צדקה פאר לייטן, כדי פון זיי געזען צו ווערן; און אויב נישט, האט איר נישט קיין שכר ביי אייער פאטער, וואס איז אין הימל.


איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין.


איך אבער זוך נישט מיין כבוד. עס איז פאראן איינער, וואס זוכט און משפט.


ווער עס רעדט פון זיך אליין, דער זוכט זיין אייגענעם כבוד; ווער אבער עס זוכט דעם כבוד פון אים, וואס האט אים געשיקט, דער דאזיקער איז ווארהאפטיק, און קיין אומגערעכטיקייט איז אין אים נישט פאראן.


כבוד פון מענטשן נעם איך נישט אָן.


דאס וועט אויספאלן פאר אייך צום עדות זאגן.


און ער האט זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן וועגן אים.


דעמאלט האט ער געבאטן זיינע תלמידים, דאס זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן, אז ער איז דער משיח.


נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט.


איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.


און ער האט זיי שטרענג באפוילן, אז זיי זאלן אים נישט מגלה זיין.


און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע.


און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.


און אירע עלטערן זענען דערשטוינט געווארן; ער אבער האט זיי אנגעזאגט, קיינעם נישט צו זאגן, וואס עס איז געשען.


און ער האט זיי שטרענג פארבאטן, דאס דאזיקע עמיצן אויסצוזאגן,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite