Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מתתיהו 8:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן.

Gade chapit la Kopi




מתתיהו 8:2
37 Referans Kwoze  

דאן איז דער קנעכט אנידערגעפאלן און האט זיך געבוקט צו אים, אזוי צו זאגן: האב געדולד מיט מיר, און איך וועל דיר אלץ באצאלן!


זי איז אבער געקומען, און אנידערגעפאלן פאר אים, און געזאגט: האר, העלף מיר!


די פארבארגענע זאכן פון זיין הארצן ווערן אנטפלעקט; און אזוי ארום, פאלנדיק אויפן פנים, וועט ער זיך בוקן צו ה׳, מודה זייענדיק, אז ה׳ איז באמת צווישן אייך.


און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז אריינגעקומען, אז אנטקעגנגייענדיק אים, איז קארנעליוס אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס און האט זיך געבוקט.


און ער האט געזאגט: האר, איך גלויב! און האט זיך געבוקט צו אים.


און ווען זיי האבן אים געזען, האבן זיי זיך געבוקט; א טייל אבער האבן געצווייפלט.


און א סך מצורעים זענען געווען אין ישראל אין דער צייט פונם נביא אלישע; און קיין איינער פון זיי איז נישט גערייניקט געווארן, אחוץ נעמן דער סיריער. (מלכים ב ה, א-יד.)


און בשעת יהושע/ישוע איז געווען אין בית‑היני אין שמעון דעם מצורעדיקנס הויז,


דעמאלט איז צוגעקומען צו אים די מוטער פון זבדיס קינדער מיט אירע זין, האט זיך געבוקט, און עפעס פארלאנגט פון אים.


און די, וואס זענען געווען אין שיפל, האבן זיך געבוקט צו אים, און געזאגט: דו ביסט באמת ה׳ס זון!


און ער האט דארטן נישט געטאן קיין סך וואונדער צוליב זייער אומגלויבן.


בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן.


און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.


און זע, יהושע/ישוע איז זיי אנטקעגנגעקומען, און געזאגט: שלום! און זיי זענען צוגעגאנגען און האבן אים אנגענומען ביי די פיס, און זיך געבוקט צו אים.


היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן!


און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר.


און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע.


און ווען ער איז אראפגעשטיגן פון בארג, האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן,


און זיי זענען געקומען צו אים, און האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע; מיר קומען אום!


פעטרוס אבער האט געזאגט: האר, בשום אופן נישט, ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן וואס איז טמא און טריפה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite