Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מתתיהו 26:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 נאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.

Gade chapit la Kopi




מתתיהו 26:5
17 Referans Kwoze  

און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט.


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, מוזן מיר מורא האבן פאר דעם המון? מחמת אלע האלטן יוחנן פאר א נביא.


און ער האט אים געוואלט טייטן, און האט זיך געפארכטן פאר דעם המון, ווייל מען האט אים געהאלטן פאר א נביא.


און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: אלע וועט איר געשטרויכלט ווערן; ווייל עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)


און דעם ערשטן טאג פון חג המצות, ווען מען האט געשחטן דאס קרבן פסח, זאגן צו אים זיינע תלמידים: וואו ווילסטו, זאלן מיר גיין און צוגרייטן, כדי דו זאלסט עסן דאס קרבן פסח?


און אים צו טייטן. ווארום זיי האבן געזאגט: נישט יום טוב, טאמער וועט ווערן א מהומה צווישן פאלק!


צו טאן וואס דיין האנט און עצה האט פארויס גוזר געווען, אז עס זאל געשען.


דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.


און עס איז געקומען דער יום המצות, אין וועלכן מען דארף מקריב זיין דאס (קרבן) פסח.


וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא.


און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.


צי ביסטו דען נישט דער מצרי, וועלכער האט מיט א געוויסער צייט צוריק געמאכט א מרידה, און ארויסגעפירט אין דער מדבר אריין די פיר טויזנט מענער פון די סיקרים?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite