Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




מתתיהו 23:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 דעריבער אלץ, וואס זיי וועלן אייך זאגן, זאלט איר טאן און אפהיטן; טוט אבער נישט לויט זייערע מעשים; מחמת זיי זאגן, און טאן נישט.

Gade chapit la Kopi




מתתיהו 23:3
16 Referans Kwoze  

וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ.


זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.


און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן.


זאל יעדער איינער זיך אונטערטעניקן צו די העכערע ממשלות, ווארום עס איז נישטא קיין ממשלה, אחוץ פון ה׳, און די עקזיסטירנדיקע ממשלות זענען באשטימט געווארן פון ה׳.


און ער איז צוגעגאנגען צו דעם צווייטן און האט געזאגט דאס זעלביקע. דער אבער האט געזאגט: איך וויל נישט!


אזוי צו זאגן: די סופרים און די פרושים האבן זיך אנידערגעזעצט אויף משהס שטול.


זיי בינדן שווערע לאסטן און לייגן זיי אויף מענטשנס שולטערן; אליין אבער ווילן זיי די דאזיקע אפילו מיט דעם פינגער נישט אנרירן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite