2 און האבן געזאגט: וואו איז ער, וואס איז געבוירן געווארן, דער מלך פון די יידן? מחמת מיר האבן געזען זיין שטערן אויפן מזרח, און זענען געקומען, זיך צו בוקן צו אים.
איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.
פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.
האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן: הושענא, ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל! (תהלים קיח, כה.) (געבענטשט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג‑ט, דער מלך פון ישראל).
זאגט דער טאכטער פון ציון: זע, דיין מלך קומט צו דיר, אן ענו, און רייטנדיק אויף אן אייזל, און אויף אן אייזעלע, דאס יונגע פון אן אייזל. (ישעיהו סב, יא; זכריה ט, ט.)