1 דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם.
און צו אברהמען זענען געזאגט געווארן די הבטחות און צו זיין זאמען. ער זאגט נישט: און צו זאמענס, ווי וועגן א סך; נאר ווי אויף א יחיד: און צו דיין זאמען (בראשית כב, יח.), וועלכער איז דער משיח.
וועגן זיין זון, וואס איז געבוירן געווארן פון דער זרע דוד לויטן פלייש,
איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.
צי האט דען נישט דער פסוק געזאגט, אז פון דער זרע דוד און פון בית‑לחם דעם דארף, וואו דוד איז געווען, קומט דער משיח? (שמואל ב ז, יב; מיכה ה, א.)
זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן (תהלים קלב, יא; פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.),
און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש.
צו זיי געהערן די אבות, און פון זיי איז לויטן פלייש דער משיח, ווער איז ג‑ט איבער אלע, מיט לויב אויף אייביק. אמן.
ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשענען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה.
און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן גייסט!
און ווען יהושע/ישוע איז פונדאנען ווייטער געגאנגען, האבן אים נאכגעפאלגט צוויי בלינדע מענטשן, וואס האבן געשריגן און געזאגט: דערבארם דיך אויף אונדז, בן דוד!
ווי יהושע/ישוע איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים;
אברהם האט געבוירן יצחקן, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב האט געבוירן יהודהן און זיינע ברידער.
און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו-ז.)
ווארום עס איז (דא) איין ג‑ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע,
געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה;