59 און צו אן אנדערן האט ער געזאגט: פאלג מיר נאך! דער אבער האט געזאגט: דערלויב מיר צום ערשט אוועקצוגיין און קובר צו זיין דעם פאטער מיינעם.
דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן!
זוכט אבער צום אלעמערשטן זיין מלכות, און זיין גערעכטיקייט; און דאס אלץ וועט אייך צוגעגעבן ווערן.
און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.
האט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳!